Till innehåll på sidan

Jiddisch

די אַרבעט פֿון עס־זע־בע

די סטאַטיסטישע אַדמיניסטראַציע עס־זע־בע (SCB) טראָגט דאָס אַחריות װאָס שײך אָפֿיציעלע סטאַטיסטיק און מלוכישע סטאַטיסטיק. דאָס הײסט, אַז מיר אַנטװיקלען, שאַפֿן און פֿאַרשפּרײטן די סטאַטיסטיק. דערצו, אַדמיניסטרירן מיר די סיסטעם פֿאַר דער אָפֿיציעלער שװעדישער סטאַטיסטיק.

אונדזער װיכטיקסטע אויפֿגאַבע איז צו געבן אונדזערע באַניצערס און קונים סטאַטיסטיק פֿאַר אָנפֿירונג, דעבאַטע און פֿאָרשונג. מיר אַרבעטן, בפֿרט, פֿאַר דער רעגירונג און פֿאַרשײדענע מלוכישע אַדמיניסטראַציעס. אָבער, אונדזער קונים קענען אויך זײַן פּריװאַטע פֿירמעס און פֿאָרשערס.

עס־זע־בע שטרעבט צו זײַן אײן פֿון די סאַמע בעסטע װאָס צונויפֿזאַמלען און באַהאַנדלען דאַטן כּדי צו שאַפֿן סטאַטיסטישע אינפֿאָרמאַציע. דערפֿאַר, האָבן מיר גוטע מעטאָדאָלאָגישע פֿעיִקײטן, אַ סך קענטעניש װעגן רעלעװאַנטע ענינים, מאָדערנע טעכנאָלאָגיע און מיר אַרבעטן אויף אַ קאָסט־עפֿעקטיװן אופֿן.

די סטאַטיסטיק איז אָן פּניות, רעלעװאַנט און פֿון אַ פּרעכטיקער קװאַליטעט, און זי איז באַזירט אויף װיסנשאַפֿטלעכע גרונטן. מיר אַרבעטן צו פֿאַרגרינגען פֿאַר די װאָס לאָזן איבער אינפֿאָרמאַציעס און מיר שיצן די צונויפֿגעזאַמלטע דאַטן. דערצו, אַנטװיקלען מיר, צוזאַמען מיט אַנדערע, די געמײנזאַמע סטאַטיסטיק־סיסטעמען, אי אין שװעדן אי אין אויסלאַנד.

די סטראַטעגיע פֿון עס־זע־בע

סטאַטיסטיק איז אַ װיכטיקער טײל פֿון יעדער דעמאָקראַטיע. עס־זע־בע פֿאַרזיכערט אַז מיר, אי הײַנט אי אין דער צוקונפֿט, האָבן גלײבלעכע סטאַטיסטיק פֿאַר אַנאַליז, דעבאַטע און באַשלוס. מיר מאַכן כּסדר אַ פֿיליאָריקע סטראַטעגיע פֿאַר אונדזער אַרבעט.

דײַנע ענטפֿערס זײַנען װיכטיקע

צי האָסטו באַקונען אַ בריװ פֿון אונדז? אָדער האָבן מיר געפּרוּװט דיר אָנצוקלינגען? דאַן, װילן מיר, אפֿשר, אַז דו זאָלסט זיך באַטײליקן אין אַן אויספֿאָרשונג.

מיר קלינגען בכּלל אָן פֿון נומער 010-4795200. קלינגט אונדז אָן, װעלן מיר דיר װֹידער דערצײלן װעגן דער אויספֿאָרשונג.

דײַן באַטײליקונג איז אַ װיכטיקער צושטײַער צו דער געזעלשאַפֿט און דער דעמאָקראַטיע. אַ דאַנק דײַן אינפֿאָרמאַציע קען עס־זע־בע פּראָדוצירן סטאַטיסטיק פֿון דער העכסטער קװאַליטעט, װאָס מע ניצט, למשל, כּדי צו מאַכן פּאָליטישע באַשלוסן.

דו װאָס האָסט זיך באַטײליקט אין אַן אויספֿאָרשונג מאַכט דעם רעזולטאַט מער גלײבלעך – װאָס גרעסער צאָל אָנטײלנעמער, אַלץ בעסער װערט דעם רעזולטאַט. יעדער אויסגעקליבנער אָנטײלנעמער איז װיכטיק, ס'מאַכט נישט אויס צי דו ביסט יונג אָדער אַלט, געזונט אָדער קראַנק, צי דו האָסט אַ שטעלע אָדער נישט. מע קען נישט בײַטן דײַנע ענטפֿערס צו ענטפֿערס פֿון עמעצן אַנדערש. 

װען דו װעסט זיך באַטײליקן אין אַן אויספֿאָרשונג דערצײלן מיר:

  • פֿאַר װאָס דײַנע ענטפֿערס זײַנען װיכטיקע
  • װי אַזוי מע װעט ניצן דעם רעזולטאַט
  • פֿאַר װאָס מע פֿירט דורך מיט דער אויספֿאָרשונג
  • אַז עס איז פֿרײַװיליק זיך צו באַטײליקן
  • װי אַזוי מע זאַמלט צונויף און באַאַרבעט דײַנע אינפֿאָרמאַציעס
  • אַז דאָס געזעץ װעגן בסודיקײט שיצט דײַנע אינפֿאָרמאַציעס
  • מיט װעמען זיך צו שטעלן אין פֿאַרבינדונג כּדי צו באַקומען װײַטער אינפֿאָרמאַציע

מע רעקאָרדירט אפֿשר די אינטערװיוען

ס'קען זײַן אַז מע רעקאָרדירט די אינטערװיוען אָדער אַז עמעצער, אַ קאָלעגע, הערט צו אויפֿן אינטערװיו. דער ציל איז צו פֿאַרבעסערן די פֿרעגבויגנס און די אינטערװֹיוען.

מע מעקט אויס די רעקאָרדירונגען אין משך פֿון פֿיר װאָך און זײ זײַנען באַשיצט לויט די געזעצן װעגן עפֿנטלעכקײט און בסודיקײט און דעם דאַטן־שיץ־פֿאַראָרדענונד פֿון דעם אײ"פֿ. די אינפֿאָרמאַציע װעגן דײַן פּערזענלעכן און עקאָנאָמישן מצבֿ איז באַשיצט דורך בסודיקײט און אַלע װאָס אַרבעטן מיט דער אויספֿאָרשונג מוזן, לויטן געזעץ, האַלטן דעם סוד.

אַזוי באַהאַנדלט מען פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס

די דאַטן־שיץ־פֿאַראָרדענונג (GDPR) איז דאָ צו באַשיצן אונדזערע װיכטיקסטע רעכט און פֿרײַהײטן, בפֿרט אונדזער רעכט צו שיץ און קאָנטראָל װען ס'קומט צו אונדזערע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס.

פֿאַר עס־זע־בע הײסט GDPR מער פֿאָדערונגען װאָס שײך באַהאַנדלונג פֿון פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס און װי אַזוי מיר אינפֿאָרמירן װעגן דעם. מיר באַהאַנדלען אַלע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס לויט די רעלעװאַנטע דאַטן־שיץ־געזעצן.

?װאָס איז פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס

לויט GDPR זײַנען פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס אַלע די אינפֿאָרמאַציעס װעגן אַ לעבעדיקן פּאַרשוין. פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס זײַנען, למשל, אידענטיפֿיקאַציע־נומער, נאָמען און אַדרעס. אויך שיפֿירטע אינפֿאָרמאַציע און עלעקטראָנישע אידענטיטעטן קענען זײַן פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע אויב זײ האָבן אַ פֿאַרבינדונג מיט אַ פּאַרשוין.

ס'מאַכט נישט אויס צי מע האָט אָנאָנימיצירט די אינפֿאָרמאַציעס, זײ בלײַבן פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס אויב אַנדערע אינפֿאָרמאַציעס קענען שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג צו אַ פֿיזישן פּאַרשוין.

דער אַחריותדיקער פֿון פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס

עס־זע־בע טראָגט דאָס אַחריות װאָס שײך די באַהאַנדלונג פֿון דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס. מיר קענען אויך העלפֿן אַנדערע מלוכישע אַדמיניסטראַציעס באַהאַנדלען פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס װען מיר שאַפֿן סטאַטיסטיק פֿאַר זײ. אונדזער אָרגאַניזאַציע־נומער איז 202100-0837 און די אַדרעס איז Åkullegatan 14, 701 89 Örebro.

װאָס איז אַ באַהאַנדלונג?

אַ באַהאַנדלונג פֿון פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס איז, אײגנטלעך, אַלצדינג װאָס האָבן צו טאָן מיט פּערזענלעכער אינפֿאָרמאַציע. מיר קענען, למשל, זײ צונויפֿזאַמלען, רעגיסטרירן, אָפּהיטן, קאָאָרדינירן אָדער אָפּדרוקן. מיר באַהאַנדלען דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס אי װען מיר שאַפֿן סטאַטיסטיק, אי װען מיר שטעלן זיך אין פֿאַרבינגונג מיט דיר צוליב אַנדערע ענינים.

?װאָס פֿאַר אַ מין פּערזענלעכע אינפֿאָרנאַציעס באַהאַנדלען מיר װעגן דיר

עס־זע־בע באַהאַנדלט, למשל, דײַן נאָמען און דײַן בליצפּאָסט־אַדרעס.

פֿאַר װאָס באַהאַנדלען מיר דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס?

מיר זאַמלען צונויף פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס דורך אונדער װעבזײַטל, למשל װען ס'קומט צו:

  • אַלגעמײנע פֿראַגעס
  • אָבאָנעמענט אויף נײַעס־בלעטלעך
  • באַשטעלונגען פֿון מיקראָ־דאַטן

מיר באַהאַנדלען דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס, למשל, כּדי זיך צו שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דיר. גיב אַכט, גיב אונדז נאָר די אינפֿאָרמאַציעס װאָס מיר האָבן פֿאַרלאַנגט.

װער קען זען דײַנע אינפֿאָרמאַציעס?

עס איז, בכּלל, נאָר עס־זע־בע װאָס באַַהאַנדלט דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס. עס קען אָבער זײַן, אַז מיר טײלן זײ מיט אַנדערע אָרגאַניזאַציעס װאָס אַרבעטן מיט אונדז מיט באַהאַנדלען פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס.

עס־זע־בע איז אַ מלוכישע אַדמיניסטראַציע, גילט דער עפֿנטלעכקײט־פּרינציפּ. דאָס הײסט אַז אינפֿאָרמאַציעס בײַ עס־זע־בע, אויך פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס, קענען װערן עפֿנטלעכע אינפֿאָרמאַציעס װאָס מען מוז איבערגעבן צו עמעצן װאָס האָט די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציעס פֿֿאַרלאַנגט.

איבערפֿירן פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס צו דריטן לאַנד

מיר באַהאַנדלען, בכּלל, נאָר דײַנע אינפֿאָרמאַציעס אין אײ"פֿ/אײ"ע"ש.

װי לאַנג בלײַבן דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס בײַ אונדז?

מיר באַהאַנדלען נישט דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס לענגער פֿון װאָס מען טאָר יאָ טאָן לויט געזעצן, פֿאַראָרדענונגען, אָדער מלוכישע באַשלוסן.

דײַנע רעכט

דו האָסט עטלעכע רעכט לויט GDPR. אַ קיצור:

  • דו זאָלסט באַקומען אינפֿאָרמאַציע װעגן װען און װי אַזוי מע באַהאַנדלט דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס.
  • דו זאָלסט קענען קאָנטראָלירן דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס.

עס טרעפֿט זיך אַז דו האָסט דאָס רעכט צו קאָריזשירן, אויסמעקן אָדער בלאָקירן דײַנע אינפֿאָרמאַציעס. עס טרעפֿט זיך אויך אַז דו האָסט דאָס רעכט צו אַלײן אויסנעמען און איבערקלײַבן דײַנע אינפֿאָרמאַציעס און דאָס רעכט צו פּראָטעסטירן קעגן דער באַהאַנדלונג.

דו האָסט דאָס רעכט צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע װעגן װעלכע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס מיר באַהאַנדלען װעגן דיר און אַ בחינמע קאָפּיע, אַן אַזוי גערופֿענע רעגיסטער־אויסצוג, פֿון זײ. טאָמער, מײנסטו אַז מיר פֿאָלגן נישט GDPR, קענסטן איבערגעבן אַ באַמערקונג צו דער דאַטן־אינספּעקציע.

רעגיסטער־אויסצוג לויט דער דאַטן־שיץ־פֿאָראָרדענונג

מיר באַהאַנדלען נישט פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס פֿאַר אויטאָמאַטישע באַשלוסן.

שטעל זיך, גערן, אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז אויב דו האָסט עפּעס אַ פֿראַגע, אָדער אַ באַמערקונג, װעגן װי אַזוי מיר באַהאַנדלען דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס. טאָמער, װילסטו אַ רעגיסטער־אויסצוג דאַרפֿסטו צושיקן אַ בליצבריװ צום עס־זע־בעס קאָנטאַקט. ביטע, שרײַב דײַן פֿולשטענדיקן נאָמען און אידענטיפֿיקאַציע־נומער. גיב אַכט, מע מוז האָבן אַן עלעקטראָנישע לעגיטימאַציע כּדי צו קריגן אַן עלעקטראָנישן רעגיסטער־אויסצוג און מען מוז האָבן אַ "מײַנע אָנזאָגן"־קאָנטע.

שטעל זיך אין פֿאָרבינדונג מיט אונדזער דאַטן־שיץ־רעפּרעזענטאַנט

טעלעפֿאָן: 010-4794000
בליצפּאָסט: dataskyddsombud@scb.se